Tuesday, July 28, 2009

נייע היימישע שטאט

עס האבן זיך צוזאם גענומען א ערנסטע גרופע עסקנים און ביזנעס לייט וואס האבן געארבעט סיי ביים ישוב אין מידעלטאון, און סיי ביים ישוב אין סוואן לעיק, און צוזאמען מיט חשוב'ע רבנים וואס האבן שוין געארבעט ביי איחוד הקהלות און האבן דורכגעטוען אלע פראבלעמען בנוגע א נייע געגנט, און פארוואס אלע זענען ליידער נישט געקומען לידי מעשה, און זיי זענען געקומען צו די מסקנא

אז מען דארף א שטאט מיט אלע צוגעהערן נישט קיין דערפל אדער שטעטל

מען דארף גיין אויף א פלאץ ווי די רעגירונג דארף אונז האבן נישט ווי די גויים לייגן שטיינער אין וועג

ווי ס'איז דא הילף מיט מארגידזשעס, כל מיני פראגראמען און אזוי ווייטער

אויך זאל זיין טראנספארטאציע, שפיטעלער, ביזנעס און ארבעט מעגליכקייטן גענוג נאנט צו דעם נייעם ישוב

אלזא זיי קומען ארויס בקרוב מיט א נייע "שטאט" (נישט קיין שטעטל) וואס האט געדארפט געבויעט ווערן פאר גויים, נאר אזוי ווי די מצב איז שווער, זענען זיי אינטערעסירט עס צו געבן פאר היימישע אידן פאר אונטער צוויי מאות א "הויז" פאר א דאון פעימענט פון
טויזענט דאללער
ס'איז א מציאות, מ'ארבעט יעצט אויס די לעצטע פרטים, ס'איז נישט קיין סוד, מ'דארף עס נישט באהאלטן פון קיינעם, די רעגירונג האט שוין אריין געלייגט אינעם פראיעקט איבער 50 מיליאן דאללער, און זיי ווילן שוין זען תכלית, די מעלות זענען אין לשער, פרטים יבואו בקרוב (אפשר נאך היינט)די עסקנים וואס זענען באקאנט בטוב הענין קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן פונעם גרויסן סייעתא דשמיא צו טרעפן אזא פאסיגע זאך. פאר מער אינפא. קענט איר שיקן א פארלאנג צו די ועד